?

Log in

А виц-

-Ир вейст,Хаим хот ойфгехерт ци фарратн зайн вайб.
-Ви ланг?
-Моргн вет зайн драйсик тег.

Русишер шансон

Вен ми херт зих ци цим русишн шансон,ес шафт зих ан айндрук,дус а тфисе из дус виндерлехсте орт ойф дер велт,ви зицн талантирте,гебилдете поэтн,вус хобн либ зейере мамаес.

Новий рик

Гмар хасиме тойве алемен!
Ин Лемберг дер хазн хот гезугт "Арейшес сфусейни" ойфн нисех фин "Койфт же папиросн".Лойт дейм,ви дер ойлем хот зих цешмейхлт,ми хот дус балд деркент.
Галицианер,одним словом!

А гит гебенчт Юр алемен!

Привіт хлопці! Хочу привітати моїх єврейських читачів з жідівскім новим роком, а не єврейським просто побажати здоров'я щастя, процвітання, успіхів у праці та лічнойной життя! Так Здравсвуйте два братні народи-жідівскій і Україський в своїх не ділимо історичних граніцах.Украіскій -від Нілу до Євфрату, жідівскій-від Карпат до Сахаліну. Я мав на увазі навпаки.

Прiвiт

Прiвит з вiлной Украiни!

Зайт але висн...

Шалом,хавэрим!
Їду на місяць на західну Україну.

Пейсех.

Бажаю всім веселого і кошерного свята.

עס טוט וויי די נשמה

אפילו גאלד און זילבער וועלן טונקל ווערן
געדאנקען,מענטשן,לידער ווערן אויך אלט
פון אלבאמען דורך בילדער שמייכלען קינדער-יארן
און זיכרונות פון א מאל לעבן אויף באלד
וועלטן ווערן אויך געבוירן און ווערן פארגאנגען
בלומען בליען אפ און ווערן שנעל פארגעלט
נאר די נשמה,וואס איז אין מיין גוף געפאנגען
דורך מיינע אויגן קוקט אויף דער פרייער וועלט


אויב עס טוט וויי דיר די נשמה
און שטויביק ווערט דיין לעבנס וועג
דיין הארץ עס וויינט- ווארט אויף נחמה
יסורים מוזן האבן אויך אן עק.


אויף דיר די עלטער וועט לאזן טיפע שפורן
און די האר באדעקט געדיכט דער ווייסער שניי
די צייט,די חיה,ווערט זאט מיט דיינע יארן
און העלפט גארנישט קיין געוואלד און קיין געשריי
אפילו גאלד און זילבער וועלן טונקל ווערן
געדאנקען,מענטשן,לידער ווערן אויך אלט
פון אלבאמען דורך בילדער שמייכלען קינדער-יארן
און זיכרונות פון א מאל לעבן אויף באלד.


אויב עס טוט וויי דיר די נשמה
און שטויביק ווערט דיין לעבנס וועג
דיין הארץ עס וויינט- ווארט אויף נחמה
יסורים מוזן האבן אויך אן עק.

א יידיש שטעטל

א יידיש שטעטל - שול אינמיטן
געשעפטן דאגות זארגן אן א שעור
דיין ארעם שטערן זאל מיך תמיד היטן
איך האב דארט נישט געוואוינט אבער עס וואוינט אין מיר


א שטעטעלע א שטעטל
דער רויך דארט איז דיין שייטל
עס פאלט אראף אויף גאניק
דער שבתדיקער שטערן
די רו איז שוין פארלארן
דער גורל צווינג אונז פארן
נאר וואוהין מי ווייסט נישט כאטש וויל מען וויסן גערן


אין פייער פלעגט מען ווארפן אונז די ספרים
ווי אין מנורה ליכט האט עס געברענט
פיל קלוגע מענטשן און נאך מער כליזמרים
דאס קליינע שטעטל געגעבן האט דער וועלט


די מיידלעך זיינען שיין דארט ווי א וואונדער
געשמאק ווי העלדזל ווי גמרא קלוג
דערפאר אין איעדער שטוב איז פול מיט קינדער
אן קיין מחלכתן,אין פרידן , אן קיין קריג
איך קען אינגאנצן דיין געוויין נישט הערן
ווען פלייצעס צארטע זיי טרייסלען זיך ביי דיר
אנטשולדיק-אז איך טו דיר וויי נישט גערן
יא,ווען דיר איז שלעכט איז א סך ערגער מיר
מיין הארץ אין ברוסט האלט אין איין ווארפן ווידער
פאר וועלכע זינד איך לייד-גיב מיר צו פארשטיין
א פייער ברענט אין אלע מיינע גלידער
ווי עס שטייט געשריבן-א הארץ איז קיין שטיין


א הארץ איז קיין שטיין אין פרייד און אין לייד
פייער מיט אייז וווינען דא זייט ביי זייט
אלץ,וואס באשערט איז,סיי ווי סיי וועט געשען
דאס הארץ פארטראגט אלץ-א הארץ איז קיין שטיין


א מאל עס ווערט שא-שטיל-מען ווערסט אנטשוויגן
דו ווארפסט מיר צו א ווארט,ווי דעם הונט א ביין
עס איז קלאר ווי די זון-וועסט ווידער זיגן
איך גיב זיך אונטער דיין שווייגן און דיין חן.
דו נעמסט ארום,און דריקסט צום הארץ דאס ביכל
מאכסט,אז דו ליינסט עס,דאס איז א שיינער טריק
און ווידער נעצן טרערן איין דאס טיכל
שפילסט מיט מיר "קאץ און מויז" כ'בענק נאך דיינס א בליק


א הארץ איז קיין שטיין אין פרייד און אין פיין
אייז מיטן פייער דארט לעבן זיך איין
דער גורל וועט אונדז אלץ-איינס דעריאגן
א הארץ איז קיין שטיין-וועט אלץ פארטראגן.



דו מיינסט פאר מיר אזויפיל אין מיין לעבן
וואס וועט זיין מיט אונז-האסטו אויף דעם געטראכט
אפשר וועסט מיר דאס לעצטע מאל פארגעבן
איך האב חרטה,מיין הארץ וויינט טאג און נאכט
מען קען דען טרעפן,וואס וועט געשען מארגן
לאז מיך,ווי א מאל,אין דיין לעבן אריין
לאז אלע טענות ארגעץ ווייט פארבארגן
איך קען נישט און איך וויל אויך נישט אן דיר זיין.

א הארץ איז קיין שטיין אין פרייד און אין לייד
פייער מיט אייז וווינען דא זייט ביי זייט
אלץ,וואס באשערט איז,סיי ווי סיי וועט געשען
דאס הארץ פארטראגט אלץ-א הארץ איז קיין שטיין