?

Log in

No account? Create an account

Previous Entry | Next Entry

איר פארשטייט,רב מנחם- מענדל? איר קענט מיך גארניט ! -אזוי זאגט ער מיר אן אפשר א מאל ציין,און איך גיי אוועק,קלאפ א דעפעש צו מיין שותף קיין אירמעלינעץ,אזוי ווי מיר האבן אפגערעדט,און שרייבן שרייב איך אים בזה הלשון:'' טאוואר אסמאטרעל. פערווי סארט. שעסט טיסיאטשי.טעלעגראמירויטע סקאלקא נאפראטיוו.גדע סיעכאיעמסיא''. קומט מיר אן פון מיין שותף אויף מארגן א תשובה,מאדנע פארשטעלט:''אופיראלסיא דעסיאט.נאפראטיב פאלאווינע שעסט.ראבאטיאטע נאבאווקע.סאגלאסען זשמערינקע.טאוואר פרימע.טעלעגראמירויטע''. לויף איך אוועק צו מיין מחותן,צו משה-ניסל'ען,הייסט עס,און ווייז אים די דעפעש און בעט אים,ער זאל מיר פארטייטשן דעם פסוק,ווארום איך פארשטיי ניט איין ווארט.ליינט ער דורך די דעפעש און מאכט צו מיר:''איד! וואס פארשטייט איר דא ניט? ס'איז דאך יאוונע ויאסנע.ער וויל,פארשטייט איד מיך,אז איך זאל געבן צען,וועט ווער ער מיר געבן אקעגן די העלפט פון זעקס,דאס הייסט דריי טויזנט.שרייבט זשע אים אוועק,זאגט ער,אז ער איז שוין צו קלוג.ס'איז ,זאגט ער,קורצע דבורים:וויפל ער גיט, לעג איך אקעגן צוויי מאל אזוי פיל,און שרייבט אים,זאגט ער,ער זאל ניט מעדלעווען,טאקי מיט דעם לשון,זאגט ער,שרייבט אים,ווארום עס קאן זיך אונטערכאפן אן אנדערער''.פאלג איך אים און קלאפ אוועק מיין שוטף אזא דעפעש:''קאראטקי סלאווא.סקאלקא דאיאט קלאדו נאפראטיוו דווא ראזא באלעיע.נע מעדליוואט.פאדכוואטיטסיא דרוגאי''.-באקום איך פון מיין אשר'ן א תשובה ווידער פארשטעלט:''סאגלאסען דווא ראזא מענעיע וויגאוואראם טיסיאטשא נאזאד.טאוואר נאכאדקא''.לויף איך אוועק מיט דער דעפעש צו מיין מחותן. זאגט ער מיר ווידער א מאל:'' ס'איז יאוונע ויאסנע. אייער שותף זאגט ער, שרייבט , אז ער מסכים צו לעגען פונקט העלפט, מיט א תנאי-טויזנט צוריק, דאס הייסט אזוי: ווען איך,למשל, וועל געבן, זאגט ער, צען,דארף ער דאך געבן פינף,וויל ער אפציען איינס צוריק,וועט אויסקומען,זאגט ער ,אז איך געב טאקע צען,און ער וועט מער ניט געבן ווי פיר. א איד א חכם,זאגט ער,אייער מחותן,ער וויל מיך אפשווינדלען פון קאף ביז פיס. איך בין אבער,זאגט ער,א סוחר און פאקשטיי א געשעפט. איך וועל אים בעסער געבן ,זאגט ער, צוויי מאל אזוי פיל און מיט א טויזנט מער, איידער ער זאל מיר געבן די העלפט און מיט טויזענט ווייניקער. וועט דאס אויסקומען, זאגט ער, אזוי:וועט ער געבן דריי,געב איך אקעגן זיבן,וועט ער געבן פיר,לעג איך ניין,וועט ער געבן פינף,לעג איך עלעף.האט איר,זאגט ער,צעקייט? גייט זשע, זאגט ער, טאקע באלד און שרייבט אים אוועק א סטראטשנע,ער זאל ניט פארציען אין דער לאנגער באנק,און לאז ער אייך,זאגט ער,ענטפערן אויך מיט א סטראטשנע,אז מע פארט זיך צונויף-און אן עק לאז עס נעמען''!
לויף איך אוועק און קלאפ מיין אשר'ן א סטראטשנע דעפעש:'' דאסט טרי קלאדיאט סעם,דאסט טשעטטערע קלאדיאט דעוויאט.דאסט פיאט קלאדיאט אדינאצאט. נע טיאנוט דלינע סקאמייקע.סטראטשיטע וועיעכאיעם''.קומט מיר אן צוריק א סטראטשנע דעפעש,ניט מער ווי צוויי ווערטער: '' וועיעכאיעם. וועיעכאיטע''